top of page

Песня повстанцев

Zog nit keyn mol az du geyst dem letstn veg,
Khotsh himeln blayene farshtein bloye teg.
Kumen vet nokh undzer oysgebenkte sho -
S'vet a poyk ton undzer trot - mir zaynen do!

Fun grinem palmenland biz vaysn land fun shney,
Mir kumen on mit undzer payn, mit undzer vey,
Un vu gefain s'iz a shprits fun undzer blut,
Shprotsn vet dort undzer gvure, undzer mut.


S'vet di morgnzun bagildn undz dem haynt,
Un der nekhtn vet farshvindn mitn faynd,
Nor oyb farzamen vet di zun in dem kayor -
Vi a parol zol geyn dos lid fun dor tsu dor.


Dos lid geshribn iz mit blut un nit mit blay,
S'iz not keyn lidl fun a foygl af der fray,
Dos hot a fold tsvishn faindike vent
Dos lid gezungen mit naganes in di hent!


To zog nit keyn mol az du geyst dem letstn veg,
Khotsh kimlen blayene farshtein bloye teg,
Kumen vet nokh undzer oysgebenkte sho -
S'vet a poyk ton undzer trot - mir zaynen do!


זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,
כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג.
קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –
ס׳וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט: מיר זײַנען דאָ!

 

פֿון גרינעם פּאַלמענלאַנד ביז ווײַסן לאַנד פֿון שניי,
מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי,
און וווּ געפֿאַלן ס׳איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט,
שפּראָצן וועט דאָרט אונדזער גבֿורה, אונדזער מוט!

 

ס׳וועט די מאָרגנזון באַגילדן אונדז דעם הײַנט,
און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיט דעם פֿײַנט,
נאָר אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר –
ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור.

 

דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט, און ניט מיט בלײַ,
ס׳איז ניט קיין לידל פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרײַ,
דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט
דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט.

 

טאָ זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,
כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג.
קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –
ס׳וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט: מיר זײַנען דאָ!

 

праздники.jpg
106820935_Button_Jewish_KВН_.jpg
flag-of-israel.jpg
fridman4++.jpg
Даниэль Клугер..jpg
_jerusalem-+.jpg
Эмиль Крупник 2++.jpg
bottom of page